אונדזערע אַחריותן

מיר טראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן פֿאָלקסגעזונט און דעם עפֿנטלעכן טראַנספּאָרט, דער אַנטװיקלונג פֿון דער געשעפֿטן-װעלט, דער קולטור, דער אינפֿראַסטרוקטור, דער קאָמונאַלער פּלאַנירונג און ענינים װעגן דער נאַטור-סבֿיבֿה אין סקאָנע.

געזונט אין אַ ברײטער פּערספּעקטיװ

דאָס דאָקטערײַ איז די הויפּט-אַרבעט פֿון ראַיאָן-סקאָנע. עס איז, צוזאַמען מיט דער אַרבעט פֿאַר אַ בעסער פֿאָלקסגעזונט, כּישרונדיקער פֿאָרשונג און אַ גרויסער סקאָנישער מעדיצינישער אינדוסטריע, אַ טײל פֿונעם ברײטן ספּעקטער פֿון געזונט אין דער אַרבעט פֿון ראַיאָן-סקאָנע.

דאָקטערײַ

ראַיאָן סקאָנע פֿירט דעם אַלגעמײנעם דאָקטערײַ אָן. עס זײַנען איבער 200 פֿאַרשײדענע קליניקעס אין סקאָנע. ראַיאָן סקאָנע פֿירט דעם דאָקטערײַ פֿינאַנצירט מיט מלוכישע געלט אָן אין סקאָנע, דאָס הײסט אי פּריװאָטע אי מלוכישע אָרגאַניזאַציעס. 

דענטיסטערײַ

ראַיאָן סקאָנע פֿירט דאָס צײנדאָקטערײַ פֿינאַנצירט פֿון מלוכישע געלט אָן,  דאָס הײסט אי פּריװאָטע אי מלוכישע אָרגאַניזאַציעס. 

פֿאָלקסעזונט

די אַרבעט פֿאַר פֿאָלקסגעזונט האָט דעם ציל צו דערגרײכן אַ גוט געזונט פֿאַר דער גאַנצער באַפֿעלקערונג אין סקאָנע. דורך פֿאַרשײדענע אָפּעראַציעס לערנט זיך ראַיאָן סקאָנע װי אַזוי די אײַנװוינערס פֿילן זיך און אַרבעטן פֿאַר אַ גוט און גלײַכרעכטיק פֿיזיש און סאָציאַל געזונט אין סקאָנע. 

פֿאָרשונג װעגן לעבנס-װיסנשאַפֿטן

עס איז דאָ אַ פֿאַרבינדונג צװישן דעם דאָקטערײַ פֿון ראַיאָן סקאָנע און דער מעדיצינישער פֿאָרשונג בײַם לונדער אוניװערסיטעט. צוזאַמען מיט דער קאָפּנהאָגן-סבֿיבֿה איז סקאָנע אײן פֿון די גיכסטע װאַקסנדיקע ראַיאָנען אין אײראָפּע װען עס קומט צו פֿירמעס און פֿאָרשונג אין לעבנס-װיסנשאַפֿטן (לײַף זײַענז), מעדיקאָן װעלי. 

עקאָנאָמישע װאַקסונג און אויסהאַלטעװדיקע אַנטװיקלונג

עקאָנאָמישע װאַקסונג און אויסהאַלטעװדיקע אַנטװיקלונג איז װיכטיק כּדי צו שאַפֿן אַ גוטן לעבנסקװאַליטעט פֿאַר די אײַנװוינערס אין סקאָנע. ראַיאָן סקאָנע פֿירט אַ װיכטיקע אַרבעט װען עס קומט צו אַנטװיקלען דעם אינפֿראַסטרוקטור, פֿאַרבעסערן די געשעפֿטן װעלט און שאַפֿן אַן אויסהאַלטעװדיקע און צוציִענדיקע סקאָנע.

געשעפֿטן-װעלט

ראַיאָן סקאָנע קאָאָרדינירט און אַרבעט צוזאַמען מיט אַ סך מלוכישע און פּריװאָטע אָרגאַניזאַציעס כּדי צו אַנטװיקלען די געשעפֿטן-װעלט און פֿאַרבעסערן די עקאָנאָמיע אין סקאָנע.

געזעלשאַפֿט-פּלאַנירונג

די באַפֿעלקערונג אין סקאָנע רירט זיך אַלץ מער, און פֿאַר אַ סך מענטשן זײַנען די הײם, די אַרבעט און די צײַטפֿאַרברענגען אין פֿאַרשײדענע קאָמונעס. ראַיאָן סקאָנע זאָל זײַן אַ שטיץ פֿאַר די קאָמונעס און קאָאָרדינירט אַזוי די פֿיזישע געזעלשאַפֿט-פּלאַנירונג אויף אַ ראַיאָן-ניװאָ.

אינפֿראַסטרוקטור

װעגן, אַײַזנבאַנען, פּאָרטן, אַעראָפּאָרטן שאַפֿן צוזאַמען מיט גיכער אינטערנעץ-פֿאַרבינדונג אַ מיגלעכקײט פֿאַר סקאָנע צו גוט אַנטװיקלען זיך. ראַיאָן סקאָנע פּלאַנירט און קאָאָרדינירט קומענדיקע אינפֿראַסטרוקטורעלע פּראָיעקטן אין סקאָנע.

עפֿנטלעכער טראַנספּאָרט

ראַיאָן סקאָנע טראָגט דאָס אַחריות אין גאַנצן װען עס קומט צום עפֿנטלעכן טראַנספּאָרט אין סקאָנע. סקאָנעטראַפֿיקען איז אַ טײל פֿון ראַיאָן סקאָנע און טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר דורכפֿירן דעם עפֿנטלעכן טראַנספּאָרט דורך אויטאָ-בוסן אין שטעט און דעם ראַיאָן, און די באַנען אין סקאָנע – פּאָגאַטאָגען און אָרעסונדסטאָגען.

די נאַטור-סבֿיבֿה

צוליב דעם װאָס ראַיאָן סקאָנע איז דער גרעסטער אַרבעטסגעבער אין סקאָנע איז די אינטערנע אַרבעט פֿאַר אַ בעסער נאַטור-סבֿיבֿה װיכטיק. צוזאַמען מיט אַ סך אינפֿאָרמאַציע-קאַמפּאַניעס רופֿט עס אַרויס אַ גוטע און אויסהאַלטעװדיקע נאַטור-סבֿיבֿה אין דער גאַנצער סקאָנע. ראַיאָן סקאָנע פֿירט אויך סקאָנעלעדן אָן, װאָס איז ברך 120 מײַל פֿון שטעגן אין סקאָנע, און שטיצט אונטער ברך צװאַנציק שפּאַציר-שטחים.

קולטור

ראַיאָן סקאָנע קאָאָרדינירט די אַנטװיקלונג פֿונעם קולטור אין סקאָנע און טײלט מלוכישע געלט אויס צו די קאָמונעס, קולטור-אינסטאַנצן און צום פֿרײַען קולטורעלן לעבן.

אָפּזעצערײַ פֿון סקאָנע

צוזאַמען מיט קאָמונעס און אַנדערע אָרגאַניזאַציעס זעצן מיר סקאָנע אָפּ װי אַ ראַיאָן צו באַזוכן און אַ ראַיאָן מיט אַ סך געשעענישן.

Senast uppdaterad: 3 juni 2024

Fick du hjälp av informationen på denna sida?